Contact Us  |  Search: 

מיר רעדן אייער שפראך – אידיש

ביי אונז אין מיימאנעדיס מעדיקל צענטער, איז זייער וויכטיג דאס צו-שטעלן קולטורעלע סענסיטיווע באהאנדלונג פאר די קאמיוניטי וואס רעדט אידיש. עס איז א פאקט אז די "מיסיע סטעיטמענט" פון די מעדיקל צענטער שרייבט קלאר ארויס אז מיר טוען ווילקאמען פאציענטן פון יעדן גלויבן, און אין די זעלבע צייט בלייבן מיר אבער אייגענארטיג צוגעשטעלט צו סערווירן די ספעציעלע העלטהקעיר געברויכן פון די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדע, וואס זייער רעליגיע און קולטורעלע טראדיציעס העלפן אונז ארויס צו צו-שטעלן מיימאנעדיס סערוויסעס.

מיר טוען אייך אנבאטן צוטריט צו א קוואליטי העלטהקעיר, ערשט-קלאסיגע דאקטוירים, און די מערסטע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און מאשינעריע. אין צוגאב צו דעם וואס מיר שטעלן אייך צו די בעסטע מעדעצינישע באהאנדלונג וואס איז נאר שיי, פארשטייען מיר די וויכטיגקייט פון קאמוניקירן מיט אייך און מיט אייערע משפחה מיטגלידער אין אייער אייגענע שפראך, און מיר מאכן זיכער אז איר ווערט קלאר פארשטאנען און אז איר האט קאנפידענץ אין די מעדעצינישע באהאנדלונג וואס איר באקומט. מיר זענען איבערצייגט אז גוטע מעדעצינישע באהאנדלונג האט פונקט אזויפיל צו טאן מיט איינזעעניש און רעספעקט, ווי עס האט צו טאן מיט וויסענשאפט.

ביי אונז אין מיימאנעדיס שטרעבן מיר צו צו-שטעלן קאמפראהענסיווע קולטורעלע-סענסיטיווע באהאנדלונג פאר דעם אידיש-רעדענדן פאציענט. כדי צו באקומע הויך קוואליטעט פריימערי קעיר סערוויסעס וואס ווערט דערלאנגט דורך א שטאב וואס רעדט אייער שפראך און פארשטייט אייערע געברויכן, קומט אויף א באזוך צו די פידיאטריק פריימערי קעיר צענטער אויף 1301 57סטע סטריט אין ברוקלין, אדער רופט 718-283-3626. איר קענט אויך קומען אויף א באזוך צום פריימערי קעיר צענטער פאר דערוואקסענע מענטשן אויף 1250 57סטע סטריט אין ברוקלין, אדער רופט אויף

 718-283-5700. אויב איר רעדט נישט קיין ענגליש, וועלן אונזערע צוויי-שפראך שטאב איינגעשטעלטע אייך פרובירן צו העלפן.

מיימאנעדיס מעדיקל צענטער טוט אויך אנבאטן:

  • פאציענט פארטרעטער וואס רעדן אידיש, וועלכע זענען גרייט צו העלפן 24 שעה אין טאג 7 טאג אין די וואך;
  • אידיש-רעדענדע רייניגונג איינגעשטעלטע זענען פאראן צו באקומען, כדי מער באקוועם צו מאכן אייער אויפהאלטונג אין שפיטאל;
  • סיינס און מאפעס אין אידיש דורכאויס דעם שפיטאל;
  • א בית המדרש געפינט זיך אינעווייניג אין שפיטאל, און רבני'שע פונקציעס איז גרייט פאר אייך און פאר אייער משפחה מיטגלידער, כדי צו פארזיכערן אויסגעהאלטענע און רעספעקטפולע באהאנדלונג;
  • די פאציענט רעכטן און פאראויס-באפעלן און אנדערע וויכטיגע העלטה קעיר דאקומענטן זענען איבערגעזעצט געווארן אין אידיש;
  • טראדיציאנאלע אידישע מאכלים זענען פאראן צו באקומען, און אלע עסנווארג וואס ווערט סערווירט זענען צוגעגרייט און געקאכט געווארן אין אונזער אייגענע קאך, מיט די העכסטע מדרגות פון כשרות. אלע מאכלים ווערן צוגעגרייט אונטער די שטענדיגע און שטרענגע השגחה פון דעם רב בית החולים און זיין גרופע פון זעקס משגיחים.

עלעיצנאניפ
ףליה
םארגארפ
סעגארפ עטגערפעג טפא

MAIMONIDES
MEDICAL CENTER


Home Page
Why Choose Us
Donations
Website Terms of Use
PATIENT
INFORMATION


Visitor & Patient Info
We Speak Your Language
Patient Privacy
Contact Us
KEY
INFORMATION


Find a Physician
Medical Services
Maimonides In the News
Directions & Parking
FOR HEALTH
PROFESSIONALS


Medical Education
Career Opportunities
Nurses & Physicians
Staff Intranet Access
SIGN UP FOR E-NEWS


HealthGradesAward
DONATE TODAY
Read More
Maimonides Medical Center    |    4802 Tenth Avenue    |    Brooklyn, NY 11219    |    718.283.6000